א געבעט אין די פינסטערניש
ו׳ בכסלו תש״פ
וועלכע תפילות וועלן ברענגען משיח'ן? | וועלכע סארט תפילה האט יעקב אבינו מתקן געווען? | וואס טוט מען ווען מען האט נישט קיין דיבורים אדער מען זעט נישט קיין צייכן פון א ישועה?
וועלכע תפילות וועלן ברענגען משיח'ן? | וועלכע סארט תפילה האט יעקב אבינו מתקן געווען? | וואס טוט מען ווען מען האט נישט קיין דיבורים אדער מען זעט נישט קיין צייכן פון א ישועה?
א פינסטערע נעפל באדעקט דעם גאנצן ארום, די ווינטערדיגע פרעסטן בוזשעווען מיטן פולסטן קראפט אזש א סקרוך לויפט דורך די ביינער. דארטן אין א זייטיגע ווינקל טיף אין וואלד ביי א אפגעבראכענעם שטאם פון א בוים, זיצט א אינגערמאן און שמועסט אויס זיין הארץ פאר'ן רבוש"ע, ווען אינצווישן לאזט ער פאלן זיסע הארציגע טענות אזש די הארץ קען צעגיין: "רבוש"ע, שוין נישט דאס ערשטע מאל וואס איך זעץ מיר אוועק פאר דיר, בעטנדיג ביי דיר, אז דו זאלסט מיר העלפן צו לעבן מיטן תכלית, און זיך צו דערווייטערן פון אלעס וואס אנבאלאנגט נאר צו שלעכטס, און זיין נאנט צו דיר א.א.וו. – און נאכאלץ געפין איך זיך אזוי ווייט…". עס פרעגט זיך אים פלוצלינג די פראגע, "דער אייבערשטער הערט מיר אויס?".
"רבוש"ע, ווילאנג נאך, טאטעניו זיסער, וועל איך נאך דארפן גאָרגלען מיין האלז ביז איך וועלן געהאלפן ווערן? איך פיל, ווי נאך אביסל און איך האלט שוין ביים שוועל פון יאוש, א-א-א-ו-י, ט-ט-ט-א-א-א-א-ט-ע!" – רייסט זיך פלוצלינג ארויס א טיפע קרעכץ פון זיין הארץ וואס הילכט אפ אינעם בלויזן וואלד, ווערנדיג באגלייט מיט א ווידער קול וואס ווערט אויסגעמישט מיט די זשומענדע פייפערייען פון די קאלטע ווינטן…
אט די עפיזאד (אדער ענליך צו דעם) איז גאנץ קענטליך און היימיש פאר די אלע וואס פרובירן נאר צו דינען דעם אייבערשטן. אסאך מאל קען אריבערגיין א לאנגע צייט אָ ן דעם וואס דער מענטש זאל זען עפעס א שטראל פון ליכטיגקייט. ער קען שטיין און האקן אויף די שערי רחמים, אבער… אלעס זעט אויס פארשלאסן… זיין הארץ ווערט דאן פארקלעמט און צובראכן, טראכטנדיג: פארוואס ענטפערט מען מיר נישט…?!
נישט איינמאל מאכט זיך אויך, אז דער מענטש טרעפטזיך זיצן מיטן אייבערשטן ביי התבודדות און זיין הארץ איז פארהארטעוועט ווי א שטיין, זיין מויל איז ווי געלעמט, ער קען נישט באווייזן ארויסצוברענגען קוים איין האלבע צוקראצטע דיבור פון מויל, דער מענטש פילט צומאל ווי ער טראגט עס מער נישט אריבער, ער ברעכט אונטער… וואס טוט מען אין אזא פארלעגענהייט? פון וואנעט קען מען אנשעפן די כוחות זיך צו קענען האלטן פעסט און נישט אפלאזן דעם אייבערשטן אפילו אין אזעלכע פארלוירענע מצבים!?
– אט דאס איז צו פארדאנקען, אונזער זיידע, יעקב אבינו ע"ה. ווען נישט אים וואלט שוין לאנג געווען לאחר יאוש. וואס הייסט? איז דער הייליגער רבי נתן מסביר. מיר ווייסן אז די דריי אבות הקדושים, אברהם, יצחק און יעקב, האבן מתקן געווען די 'דריי תפילות' שחרית, מנחה און מעריב. אט די דריי באזונדערע צייטן פון תפילה, זענען נישט נאר פונאדערגעשיידט מיטן טערמין געוואנדן אין די זון-שטאנד העכער אונזער ערד-פלאך. נאר איז מרמז אין פנימיות'דיגן זין, אויף דריי סארטן מצבים אין א מענטשן'ס לעבן: אין די צייט וואס אברהם אבינו און יצחק אבינו האבן מער אוועקגעשטעלט די עבודה פון תפילה צו דאווענען צום אייבערשטן, בייטאג, בשעת דער מענטש איז ארומגענומען מיט ליכטיגקייט, די אמונה שיינט אים קלאר ווי ער וואלט ממש געזען דעם אייבערשטן, און די דיבורים פליסן געשמאק ווי א טייך – האט יעקב אבינו מתקן געווען לעומת זה, א תפילה פון גאר א אנדערע סארט…
נעמליך, ביינאכט, בשעת געדעכטע פינסטערנישן נעמען ארום דעם מענטש, ער זעהט נישט אז זיינע תפילות זאלן עפעס אויפטון, זיין הארץ און זיין מויל זענען פארגליווערט ווי אייז – מיט דעם אלעם זאל ער קענען ווייטער בלייבן פאר'עקשן'ט ביים שוועל און ווייטער אנקלאפן אויף די שערי רחמים ביז מען וועט אים עפענען און נישט מיד ווערן אדער מיואש ווערן אינצווישן – אט דאס האט יעקב אבינו מיט זיין געוואלדיגע קדושה באוויזן אהערצושטעלן.
נישט אומזיסט – ווען די תורה וויל אנכאפן די לשון פון תפילה ביי יעקב אבינו ווערט עס ארויסגעגעבן מיטן אויסדרוק פון "וַיִּפְגַע", וואס פון דעם לערנען חז"ל ארויס אז אין "פגיעה" אלא "תפילה" (עי' רש"י), אנדערש ווי געווענליך ווי די תורה געבט עס ארויס מער מיט אנדערע סארטן אויסדרוקן, צום ביישפיל ביי יצחק אבינו – מיטן לשון "לָשׂוּחַ", וואס צייגט מער אויף א תפילה וואס ווערט אפגעהאלטן אין פאָרעם פון איינגענעמע און געשמאקע "שמועס." וויבאלד אט דאס איז הויפטזעכליך די כח התפילה וואס יעקב אבינו האט מתקן געווען: צו זיין גרייט צו מתפלל זיין אפילו אויף די פרייז ווען איך דארף כביכול נאכלויפן און נאכ'פגע'נען דעם אייבערשטן אז ער זאל מיר עפענען!
יא, דווקא יעקב אבינו, לייגט צו רבי נתן, נאר ער האט געקענט באווייזן אהערצושטעלן אט די דאזיגע. וויבאלד יעקב אבינו איז געווען די "בחיר האבות", און מיר ווייסן שוין דעם כלל פון לאנג (ליקו"מ ל)', אז א צדיק ווי גרעסער ער איז און ווי העכער ער גייט ארויף, אלץ מער פארמאגט ער די כח אראפצוגיין און אריינשיינען א ליכטיגקייט פון האפענונג און תקוה אין אלע פארשטויסענע און פארווארפענע נשמות, תשובה צו טון! דערפאר, נאר די גאר הויכע צדיקים, און צווישן זיי – דער הייליגער רבי, האבן פארמאגט די כח צו מגלה זיין, אז: "אֲפִלּו איֶיער זַאך וִויא אַהִין אִיטְלִיכֶער אִיז גִיפַאלִין, איז דער עיקר אין וואס אלעס איז געוואנדן: אַבִּי מֶ'אִיז זִיך נִיט מְיַאֵשׁ פון שְׁרַיֶיען!"
אט דאס איז טאקע דער עיקר עסק פון יעקב אבינו – וְיָדוֹ אֹחֶזֶת בַעֲקֵב עֵשָׂו, זיך צו פאָ רענען מיט די אלע נשמות ישראל פון "עקבתא דמשיחא" פון היינטיגע צייטן וואס ליגן צוטרויטן אונטער די פאדעוושעס פון די סטרא אחרא – פון עשו הרשע, און זיי פארוואנדלען פון א "יעקב" אלץ א "ישראל" וואס איז די אותיות ל"י רא"ש, דאס הייסט, זיי אויפצוהייבן ביז צום שפיץ! און ערצייגן פון זיי א סימבאל פון א ריכטיגע "ישראל" אשר בך אתפאר!
צום שלוס: אויב מיינט איר אז אט די סארט תפילות ווערן פאררעכנט אויבן אין הימל, מער פון די שוואכערע קוואליטעט, און איז נישט אזוי טייער ביים אייבערשטן, דאן הערט זיך ווייטער איין צו די קלאָרע רייד פון רבי נתן: ווי באוואוסט זענען די דריי תפילות אקעגן די דריי בתי מקדשות (כמובא), ווען גראדע דווקא די "תפילת ערבית" וואס יעקב אבינו האט מתקן געווען איז אקעגן די "בית המקדש השלישי" וואס וועט אינגיכן אויפגעבויעט ווערן. וויבאלד דווקא דורך אט די סארט אָ רים-אויסזעענדע תפילות וואס א מענטש שטרענגט זיך אן צו קומען צום אייבערשטן ווען אלעס ארום אים איז שווארץ און טונקל, דורך זיי וועט משיח צדקינו אונז קומען אויסלייזן! וויבאלד די "תפילה לעני" פארשאפט די סאמע העכסטע פארגעניגן פאר'ן בורא כל עולמים (עי' ליקו"ה תפילין ה"ה, מ"ג – בענין מעלת ה"תפילה לעני)"
(ארויסגענומען פון ליקוטי הלכות מנחה ה"ז, פ"ט)
גולשים צפו גם ב:

חורף
ההמתנה מבררת מהי מידת הרצינות וחוזק הרצון של הממתין. אם רצונו חלש, תשבור אותו ההמתנה והוא ידחה לחוץ. ואם רצונו חזק ואמיתי, תסייע לו ההמתנה בהגבירה את הרצון הזה. ורצון גדול יותר יבנה כלי חזק…

האמן בכוחות עצמך
מכשול גדול על דרך השלימות הוא חיסרון האמונה בכוח עצמו, מכשול זה מביא בגילויים הראשונים בצעדים הראשונים של האדם המתחנך בעבודת ה', לידי רפיון כוח ורפיון רוח, חוסר שמחה ועייפות, אם אין האדם מסיר מכשול…

אל תתייאש!
כשרבינו אמר "געוואלד, אל תתייאש!", "ומשך מאוד תיבת "געוואלד", היו אצלו גם גדולי תלמידיו. וכי להם צריך רבינו לצעוק שלא יתייאשו? אותם צריך רבינו ללמד התחזקות מהי? גם עליהם צריך לעמוד ולדאוג שלא יתייאשו? –…

התעוררות או התחזקות?
שתי הארות מאיר הצדיק בעולם: התעוררות והתחזקות, ואת שתי הדרכים אנו זקוקים לקבל ממנו. לפעמים אנו צריכים לשמוע דיבורי התעוררות, שיעוררו אותנו לבלי לשקוט על השמרים, וידחפו אותנו להתקדם ולהתעלות בעבודת ה'; ולפעמים אנו זקוקים…

צוואתו של רבי נתן מברסלב
ואמר בזה הלשון: נו, כשעזרא הסופר הולך לו, וטרף-פסול מתגברים, כמו שיש היום לאלפים ולרבבות טרף-פסול... אך אני מקוה שדף אחד מספרי רבינו יהיה תיקון לכל. ובכן מצוה אני עליכם שעיקר עסקיכם יהיה להדפיס את…

תפילת נשים
לקט שיחות וסיפורים מתורת רבינו הקדוש ותלמידיו הקדושים זיע"א, והפעם: על כוחה הגדול של תפילת נשים לפני ה' יתברך, שיכולה לבטל כל גזירה; על חשיבותה אצל השי"ת על פי דברי רבינו ז"ל; על רבי שמעון…

איך זוכים להתחדש?
מי שרוצה גם הוא לזכות ל"תמימות ופשיטות", חייב גם הוא לשקוד על דלתי ישיבת הצדיק האמת שילמדהו דרכי התמימות והפשיטות, אשר על ידם יוכל להתחדש תמיד ולהיות 'בן זקונים' אמיתי, המוסיף קדושה ודעת בכל יום.

אין יום שאין בו טוב
הבעיה העיקרית של ה'גדר' שבכל יום ההרגשה שהיא נותנת לאדם היא, כאילו אין אפשרות באותו יום לעבוד את ה'... "שנדמה לו כאילו היום הזה אינו כלום, כאילו אינו מימי חייו, כאילו היום אי אפשר להתקרב…

הכל חדש!
האמונה שהעולם מתחדש תמיד, מעניקה לכל אחד תקווה מלאה להשתנות בכל עת, כי אין שום קביעות לרע, וההרגשה שהמצב חייב להמשך כך – כוזבת לגמרי. בכל יום מתחדשת הבריאה, ועמה מתחדשים חסדים חדשים שעומדים הכן…

לקראת הילולת רבי נתן
לקראת יום הילולת גאון עוזנו מהרנ"ת זיע"א ביום עשרה בטבת מציגה הוצאת 'משך הנחל' הוצאה מיוחדת של השיחות העוסקות בהסתלקותו ו'מכתב הסתלקות מוהרנ"ת' המובאים בספרי "שִׂיחַ שַׂרְפֵי קוֹדֶשׁ" – מאוצרותיו של הרה"ח רבי לוי יצחק…

מיוחד: לקראת הילולת רבי נתן מברסלב
מיוחד: לקראת יום עשרה בטבת הקרב ובא, ליקטנו לכם לקט נפלא על גאון עוזינו, מורינו רבי נתן מברסלב זיע"א. תולדות חייו, מאמרים וניגונים.

חינוך הילדים – מכתבי רבי נתן
לרגל יום הילולת מוהרנ"ת: דברי חיזוק והתעוררות אשר כתב מוהרנ"ת לבניו הקטנים, מלוקטים מתוך ספר מכתביו "עלים לתרופה". במכתבים אלו ניתן לראות האיך חינך מוהרנ"ת את בניו הצעירים, שאף להם הזכיר בכל עת את התכלית…

הברסלבים הראשונים
מסמך מרתק שרשם זלמן שזר מפיו של הרה"ח ר' שמואל מאיר אנשין על התקרבותו לברסלב, על עלייתו ארצה ועל חסידי ברסלב הראשונים בירושלים.